
"אין די צייט וואס א צובראכענע מאמע פרוירט צו ערזעצן פאר אירע אומשולדיגע קינדערלעך דעם ארט פונעם טאטן, גרייכט א מיסטעריעזער מענטש די פארפרוירענע קאנאדע מיט בלויז א קליין באגאזש אין האנט און א רענצל פיסטערע סודות אויף זיין געוויסן. סוסות אויף וועלכע ער וועט דארפן שטעלן די פונדאמענט צו זיין נייעם לעבן. אין די צייט וואס פריינטליכע בריוו פליען אדורך דעם אטלאנטיק פארבינדיג הערצער, אנטפלעקנדיג די ווייטאגליכסטע משפחה געהיימעניסן, פרובירט אן עלנד מיידל, אין א קאלטע אלטע הויז, זיך צו דערווארעמען ביים אויוון וואס ארבעט נישט, מיט פארנעפלטע מעשיות פון א באבע וועמענ'ס זכרון ווידערשפעניגט אין איר. אן אלטער קרבן מנחה סידור, א בריוועלע אין אומפראפעסיאנאלע גראמען, און בילדער פון א זיסע משפחה מעבר לים, פרובירן דורכצושפאלטן די דיקע אייז ווענט - אן ערפאלג. ביז די פייער צונגען פארלענדן אלעס - אבער ווייזן אז 'אייז ווענט' דארף מען נישט שפאלטן, מ'קען זיי פשוט מאכן צוגיין. איר ווילט וויסן ווי אזוי?" --
Page Count:
576
Publication Date:
2018-01-01
Publisher:
Hoytsoes̀ Shai
ISBN-10:
1680914685
ISBN-13:
9781680914689
No comments yet. Be the first to share your thoughts!